פאר א חתונה
חתן דו ביסט דומה צו א מלך אליין
א קעניג האט א בליק א ווייטע
טראכט נישט נאר פון די פאלאץ די חן
נאר וויין און בעט פאר השפעות מלמעלה למטה

גראמען ✎ חרוזים ✎ ברכות
א יעדע ווארט – גאלד. פערזענליכע גראמען און חרוזים, מיט'ן גאנצן הארץ און מיט'ן פולסטן פראפעסיאנעליזם.
פאר אַלע סארט געלעגנהייטן
פון א פערזענליכע ברכה ביז א גאנצען מעמד – מיר שרייבן די ווערטער וואס מאכן דעם גאנצען חילוק.
שיקט אונז אריין די פרטים, און מיר וועלן אייך צוריקרופן מיט א קלארן פלאן און א פרייז.
ביישפילן
א טעם פון אונזער ארבעט – יעדער גראם פערזענליך געשניטן פאר אייער געלעגנהייט.
חתן דו ביסט דומה צו א מלך אליין
א קעניג האט א בליק א ווייטע
טראכט נישט נאר פון די פאלאץ די חן
נאר וויין און בעט פאר השפעות מלמעלה למטה
דו גייסט שוין לייגן די הייליגע תפילין
בעט יתמשך עלי, א הייליג קרוין
צו תורה ומצוות האבן ווארעמע געפילן
און אסאך השפעות מהיכלי, עליון
שמח תשמח האהובים ורעים
חתן כלה א נייע לעבן ווי שיין
פיל ברכות אריין ברענגען לתוך בתיהם
מיט אזוי פיל שבע ברכות זאגן איינמאל אמן
קיין הארץ קען מען נישט ארויסלייגן
ארויס לייגן ווערטער מיט הארץ אבער יא
אויפן זיך אוועק געבן די גאנצע אייגן
נוצר תאנה יאכל פריה.
* אלע ביישפילן זענען בלויז א דוגמא. די אמת'ע גראם ווערט פערזענליך געשריבן פאר אייער שמחה.
א גראם פון הארץ
א שמחה צו מאכן
א הארץ צו דערגרייכן
די עולם זאל קראכן
וויינען און לאכן
פון די ארימער ביזן רייכן
פון די שטארקן ביזן שוואכן
און אויך א פלאכן
יעדער זאל עס גלייכן
ארויס האבן די זאכן
דו וועסט עס אפמאכן
מיט 'גראמער' און זייערע פאכן
וועסט שווימען טייכן
און ברענגען משיחַ'ן
פון עי איי וועסטו דאס נישט עררייכן...
ווייל הארץ רעדט דאס בעסטע פון אלע שפראכן.
וויאזוי עס ארבעט
פילט אויס דעם פאָרם מיט די געלעגנהייט און פאר וועמען די גראם איז געווידמעט.
אונזער שרייבער ארבעט אויף אייער גראם – יעדע ווארט ווערט פערזענליך געשניטן און צוגעפאסט.
די פערטיגע גראם קומט אן צו אייך פונקטליך אין די ריכטיגע צייט – גרייט פאר די שמחה.
שיקט אונז אריין די פרטים, און מיר וועלן אייך צוריקרופן מיט א קלארן פלאן און א פרייז.
פארבינדט אייך
פילט אויס דעם פאָרם און מיר וועלן זיך פארבינדן מיט אייך מיט א פרייז, אדער שיקט אן אימעיל דירעקט צו: graamer4589@gmail.com